המילים המדויקות:
,רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער
,העלף אלע אידן און אויך מיר
,איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר
.איך האף נישט צו קיינעם נאר צו דיר
,מיין הילף איז נישט פון קיינעם נאר פון דיר
,אהן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין דעם שוועל פון טיר
,אהן דיין כח-קען מען זיך נישט געבן
.קען מען זיך נישט געבן קיין ריר
,איך פארלאז מיר נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר
.דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אהן א שיעור
,אוי אוי) רבונו של עולם, מ’דארף אנקומען צו דיר)
,יעדע רגע און יעדע מינוט
,אויף יעדען טריט און יעדער שריט
.סיי ווען ס’איז ח”ו שלעכט, און סיי ווען ס’איז גוט
,רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער
.רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער
,אוי העלף מיר-העלף מיר
,איך זאל קענען היטן מיינע אויגן
,און מיינע רייד פון מויל, זאלן זיין געוואויגען
,און מיין הארץ, מיין הארץ
,זאל זיין פאר דיר געבויגן
,און אלע מיינע מעשים זאלן זיין
.כראוי וכהוגן